טאג שריפט איז א טעגליכע צייטונג וועלכע ווערט געליינט טעגליך דורך טויזנטער אידן פון איבער דער גארער וועלט
טאג שריפט דעקט אלע וועלטליכע נייעס, פינאנציעלע נייעס און פאליטישע נייעס פון דער גאס.
מיר האלטן זיך שטרענג צו אונזערע פרינציפן נישט צו ווערן פארכאפט און פאליטיקס און מחלוקת, אזוי אויך נישט צו באריכטן נייעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י תורה ויהדות.
אין צוגאב צו די נייעס -וועלכע מיר שטרענגען זיך אן צו דעקן די פרישסטע וואס מעגליך- האבן מיר יעדן טאג אינטערעסאנטע קעסטלעך, ווי היסטאריע און סייענטיפישע ידיעות.
אזוי אויך, ווען עפעס אויסערארדנטליך פאסירט, ברענגען מיר אינטערעסאנטע זייטיגע קעסטלעך און אינהאלטסרייכע אינטערווי'ס, כדי צו געבן פאר אונזערע ליינער א ברייטערן אויסקוק אויף די נייעסער וואס עס שפילן זיך אפ
*
אונזער צייטונג קומט אן צו אונזערע ליינער טעגליך, צו זייער אימעיל אדרעסן, און ווערט אדורכגעליינט מיט דורשט און אינטערעסע
ווי אויך קענט איר יעדן טאג אדורכליינען דעם טאג שריפט דא אויפן וועב סייט. און אויב פארגליסט זיך פאר אייך איבערצוקוקן פריערדיגע נומערן פונעם צייטונג, קענט איר דאס טרעפן ביים ספעציעלן אפטיילונג, אונטערן נאמען ארכיוון
מיר האפן אז איר האט הנאה פון אונזער צייטונג. אויב האט איר סיי וועלכע הערה וויאזוי מיר קענען פארשענערן דעם צייטונג, אדער אויב האט איר באמערקט עפעס וואס –לויט אייער מיינונג- איז דאס נישט אויסגעהאלטן, קענט איר דאס איבערלאזן אויף